Pages

Friday, 12 June 2015


‎דעם 12‎טן ‎יוני 2015‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
אַן אינטערװיו מיטן יונגן מאַקס װײַנרײַך
פֿון איציק בלימאַן
דער ביזגראַדויִר־סטודענט פֿון יעל־אוניװערסיטעט קערט זיך אום צו זײַנע װאָרצלען און לערנט זיך אױף דער ייִדיש־פֿאַרם.
A Interview with the Young Max Weinreich
The Yale undergraduate returns to his roots and studies at the Yiddish Farm.
ווי אַזוי דאַרף אויסזען שלום־עליכם?
פֿון גענאַדי עסטרײַך
אויף אָט דער פֿראַגע האָט געפּרוּווט ענטפֿערן אַ קאָמיטעט אין מאָסקווע אין יאָר 1939. אַן איצטיקער קינסטלער זעצט אים אַוועק אויף אַ ציג.
How Should Sholem Aleichem be Portrayed?
A committee in Moscow tried to answer this question in 1939. A contempory artist puts him on a goat.
שיקלגרובער און דזשוגאַשווילי
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
דער גיהנום איז אַ קוראָרט, ווײַל די מענטשלעכע פֿאַנטאַזיע האָט נאָך נישט צוגעטראַכט אַזעלכע יסורים, וואָס זאָלן אָפּהאַלטן מאָנסטערס פֿון באַגיין שוידער און גרויל קעגן מענטשן.
Shiklgruber and Dzugashvili
Purgatory with its fire and brimstone, is not enough for the two barbaric savages who outdid themselves in slaughter, tilting the world upside down.
ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
דער 95־יאָריקער מאַקס בערלינער גיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער פּאָעזיע; דער „חורבן־מוזיי‟ האָט פֿאָרגעשטעלט דעם קורס „ליטעראַטור און חורבן‟ פֿון 10 לעקציעס; ס‘האָט זיך פֿאַרענדיקט דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע פֿילמען
News From Buenos Aires
95-year-old Max Berliner gave a concert of Yiddish literary recitations; the Holocaust museum gave a ten lesson course "literature and Holocaust" and the festival of Jewish films ends.
אַ לאַדינאָ־צײַטונג אין טערקײַ
פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)
„על אַמאַנעסער‟ איז איינער פֿון רעלאַטיוו נײַע פּראָיעקטן, וואָס האַלטן אונטער דאָס ייִדיש־שפּאַנישע לשון.
Ladino Newspaper in Turkey
El Amaneser is among relatively new initiatives keeping the Judeo-Spanish language alive.
די חורבן־קאָנפֿערענץ אין בודאַפּעשט
פֿון ייִט״אַ
אויף דער פֿיר־טאָגיקער קאָנפֿערענץ, וואָס קומט פֿאָר יעדע צוויי יאָר, וועלן די דעלעגאַטן באַטראַכטן די ראָלע פֿונעם ייִדישן חורבן אין דער הײַנטיקער פּאָליטיק.
International Holocaust Remembrance Conference Opens in Budapest
At the biannual four-day conference, delegates are discussing the Holocaust as a contemporary political issue.
ייִדישע פֿרויען שטיצן די „ווײַבלעכע וויאַגראַ‟
פֿון גייב פֿרידמאַן (FORWARD)
דער „אינטערנאַציאָנאַל פֿון ייִדישע פֿרויען‟, מיט זײַנע 75,000 מיטגלידער, איז געווען צווישן 24 אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געהאָלפֿן גוטגעהייסן דעם נײַעם מעדיקאַמענט.
Jewish Women Fight For Female Viagra
Jewish Women International, with its 75,000 members, was among 24 organizations who helped to win approval for the new drug.
קאַפּיטל זיבן: רעקלאַמעס פֿון נחום סטוטשקאָוו
פֿון באָריס סאַנדלער
ווען דער מיקראָפֿאָן פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־אוידיציע WEVD וואָלט געקאָנט רעדן…
Chapter #7. Ads by Nahum Stutchkoff
If the microphone from the Yiddish Radio Station WEVD could talk….
מאַמעליגע און קאָקאָשעס
פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער
צוויי באַליבטע עסנס פֿון קוקורוזע
Mamelige and Popcorn
Two favorite foods made of corn