Roberto Abraham Scaruffi

Tuesday, 22 September 2015

‎דעם 22‎טן ‎סעפּטעמבער 2015‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
דער סעזאָן פֿון דאָנאַלד טראָמפּ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
די ברייטע אַמעריקאַנער שטיצע פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט שעדיקט דעם אינטערנאַציאָנאַלן אימאַזש פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Season of Donald Trump
Broad American support for the controversial Republican candidate damages the international image of the US.
די ראָש־השנהדיקע בערזע
פֿון איציק בלימאַן
װאָס איז די װירקונג פֿון די ימים־נוראָים אױף בערזע־אינװעסטירונגען אין אַמעריקע?
The Stock Market on Rosh Hashanah
What impact do the Jewish High Holidays have on stock investments in the US?
ידיעות פֿון מעלבורן
פֿון שׂרה זילבערמאַן
„עדת־ישׂראל‟־טאָגשול און די רביצין מלכּה לײפֿער, מוזן באַצאָלן 1.2 מיליאָן דאָלאַר צו פֿרוי, וואָס האָט געליטן פֿון סעקסועלע מיסברױכן; העכער 100 לאָדזשער און זײער נאָכװוּקס מערקן אָפּ דעם טאָג פֿון דער געטאָ־ליקװידאַציע.
News From Melbourne
Adass Israel School and former principal, Malka Leifer, ordered to pay $1.2 million to survivor of sex abuse; more than 100 Jews from Lodz and their descendents commemorate the day of the Lodz Ghetto liquidation
פֿאַרוואָס שלאָגט מען זיך אין ירושלים?
פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)
דער קאָנפֿליקט איז פֿאַרבונדן מיט די שאַרפֿע ווערטער פֿון בנימין נתניהו און מאַכמוד אַבאַס.
Why Did Violence Spike in Jerusalem?
The clashes have been matched by a war of words by Benjamin Netanyahu and Mahmoud Abbas.
פּויפּסטס באַזוך אין „ווײַסן הויז‟ פֿאַלט אויס יום־כּיפּור
פֿון ייִט״אַ
דער פּויפּסט האָט געמוזט זײַן אין אַמעריקע די וואָך צוליב אַ קאָנפֿערענץ אין פֿילאַדעלפֿיע און דער „יו־ען‟־סעסיע וועגן די צילן פֿון דער אַלוועלטלעכער אַנטוויקלונג.
Pope's White House Visit to Coincide with Yom Kippur
The Pope needed to be in the US this week because of a conference in Philadelphia and the UN session on Sustainable Development Goals.
אַ סקאַנדאַל אַרום ייִדישע דענקמעלער אין וואַשינגטאָן
פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)
דער „לאָבי‟־טוער האָט באַקומען אַ געהאַלט פֿון 104,000 דאָלאַר אַ יאָר, זאַמלענדיק דערבײַ געלט פֿאַרן רעפּרעזענטירן אויסלענדישע רעגירונגען.
Washington Scandal Behind Jewish Memorials
That lobbyist made a salary of $104,000 while also collecting fees for representing foreign governments.
ייִדיש־וואָך 2015
פֿון דזשאָרדין קוציק
אויף דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך האָט מען גענאָסן פֿון קאָמעדיע־ און מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען.
Yiddish Week 2015
Participants at Yiddish Week 2015 enjoyed performances of music and comedy.
וועגעטאַרישע האָלעפּצעס
פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ
זעט ווי מיר מאַכן דאָס געשמאַקע טראַדיציאָנעלע סוכּות־מאכל מיט שוועמלעך, רײַז און קעז (אָדער צעמאָלענע ניס, אויב איר ווילט אַ פּאַרעווע ווערסיע).
Vegetarian Stuffed Cabbage
Watch us make this delicious Sukkos specialty with mushrooms, rice and cheese (or ground walnuts for a vegan version).
Featured Blog Post
די טויטע הערצער פֿון די צער-בעלי-חיימ׳ניקעס
פֿון בן זומא
די טענה קעגן כּפּרת־שלאָגן איז אַ לעגיטימע, אָבער יענע אַקטיוויסטן האָבן פֿון לאַנג פֿאַרלוירן די באַלאַנץ צווישן נאָרמאַל און שגעון.
Cold-Hearted Animal Rights Activists
Complaints against the kapores ceremony are fair, but these activists can no longer separate the normal from the insane.