Roberto Abraham Scaruffi

Friday, 5 September 2014

‎דעם 5‎טן ‎סעפּטעמבער 2014‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
דאָס נײַע ייִדישלאַנד: צו דער פֿינלענדישער סטאַנציע
פֿון איציק גאָטעסמאַן
די נסיעה ענדיקט זיך אין העלסינקי, פֿינלאַנד, וווּ די קליינע קהילה באַטייליקט זיך אין אַ ייִדישער טעאַטער־טרופּע און כאָר.
Last stop on our Yiddishland tour: Helsinki, where the small Jewish community has a Yiddish theater group and chorus.
דאָס אמתע פּנים פֿונעם „שטעטל‟
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
גשמיות און רוחנית זענען ניט געװען אָפּגעטײלט אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.
Materialism and spirituality were inseparable in the shtetlekh of Ukraine during the first half of the 19th century.
הינטיש גליק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
הײַנט באַגייט מען זיך מיט הינטעלעך ווי מיט אייגן געבוירענע עופֿהלעך.
Dog owners today treat their pets as if they were their own babies.
ידיעות פֿון מאָסקווע
פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן
אין רוסלאַנד עקזיסטירן 30 ייִדישע מיטלשולן, וואָס ס׳רובֿ געהערן צו חב״ד; אויסשטעלונג אין קאַלינינגראַד (קעניגסבערג) וועט שילדערן די אָרטיקע ייִדישע קולטור ערבֿ דער נאַצישער תּקופֿה.
There are 30 Jewish high schools in Russia, most of them run by Chabad; exhibit planned in Kaliningrad (Knigsberg) on Jewish culture on the eve of the Nazi era.
ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
קאָנפֿערענץ פֿאַר נאַציאָנאַלע סטראַטעגיעס און מענטשנרעכט טרעפֿט זיך אין באָליוויע; קינדער פֿון שארית־הפּליטה מערקן אָפּ אָנהייב פֿון צווייטער וועלט־מלחמה.
Conference on national strategies and human rights meets in Bolivia; .second generation of Holocaust survivors commemorate the start of WW II
ייִדיש־יאָגאַ
וועראַ סאַבאָ, די ייִדיש־לערערין פֿון ירושלים דערציילט וועגן איר אייגענער יאָגאַ־שיטה אויף ייִדיש.
Vera Szabo, a Yiddish teacher from Jerusalem tells about her journey to doing yoga in Yiddish.
מאַנדי פּאַטינקין — קומעדיקער פּרעמיער פֿון ישׂראל?
פֿון דער „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟
דער „היימלאַנד‟־שטערן זאָגט דעם הומאָריסט סטיווען קאָלבער, אַז אויב ער וועט טאַקע דערוויילט ווערן, וועט ער מאַכן קאָלבער פֿאַרן זיכערהייט־מיניסטער.
Next Israeli Prime Minister: The "Homeland" star tells Stephen Colbert that if he is elected, he will offer Colbert the position of security minister.
די סתּירה מיטן פֿלואָריד אינעם ישׂראלדיקן וואַסער
פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)
די ישׂראלדיקע אַסאָציאַציע פֿון ציין־דאָקטוירים האָבן געוואָרנט, אַז דאָס אָפּשטעלן דעם פֿלואָריד־צוגאָב אינעם טרינק־וואַסער וועט שאַטן די ציינער פֿון דער באַפֿעלקערונג.
The Israel Dental Association warns that cancellation of tap water fluoridation harms the dental health of the residents.
דער אויפֿשטײַג פֿון נײַ־געבוירענע קינדער אין ישׂראל
פֿון מאַרסי אָסטער (ייִט״אַ)
אַ יונגע מאַמע האָט דערקלערט, אַז במשך פֿון עטלעכע טעג אין דעצעמבער איז זי געזעסן מיט איר מאַן אַ גאַנצן טאָג אין שטוב און האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרנעמען זיך מיטן „מאַכן אַ קינד‟.
A new mother said that during a few days in December they couldn't leave the house, so it was a great opportunity to work on making a baby.