Roberto Abraham Scaruffi

Friday 3 July 2015

„ווײַטער‟ שטעלט פֿאָר נײַע אַרטיקלען, בעלעטריסטיק, עסייען, ווידעאָס און קונסט וועגן די ענינים, וואָס אינטערעסירן יונגע ייִדיש־רעדנדיקע פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן און מקומות. „ווײַטער‟ וועט דערשײַנען מאָנטיק, אַלע צוויי וואָכן. צו באַקומען דעם נײַסטן נומער „ווײַטער‟, פֿאַרשרײַבט זיך אויף. רעדאַקטאָר: דזשאָרדין קוציק. אַלגעמיינער רעדאַקטאָר: באָריס סאַנדלער.

„ייִדן‟: אַ חסידישער שלאַגער מיט אַן אומדערוואַרטן ייִחוס
פֿון דזשאָרדין קוציק
כאָטש די חסידישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן פֿון תּמיד אָן אַדאַפּטירט מעלאָדיעס פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, איז „ייִדן‟ מסתּמא דאָס איינציקע ליד, וואָס איז לכתּחילה געווען וועגן דזשינגעס כאַן.
‏Yidden: A Hasidic Hit with Unexpected Roots
Although Hasidic composers have always adapted melodies from the wider secular culture, "Yidden" is probably the only one that was originally about Genghis Kahn
ייִדישע לידער לכּבֿוד דעם 4טן יולי
פֿון יעקבֿ ניילער
לכּבֿוד דעם געבוירן־טאָג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן הערט זיך צו צו די פּאַטריאָטישע לידער אויף ייִדיש.
‏Yiddish Songs in Honor of July 4th
Hear patriotic American songs sung in Yiddish in honor of America's birthday.
מײַן זיידע הערבערט לעדער
פֿון האָדעלע טאָפֿלער
די מחברטע, אַ 12־יאָריקע תּלמידה אין מעלבורן, שרײַבט וועגן איר זיידן, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן.
‏My Grandfather Herbert Leder
The author, a 12-year-old student in Melbourne, Australia, tells about her grandfather, a Holocaust survivor who recently passed away.
די שלאַכט פֿון וויליאַמסבורג
פֿון לייזער בורקאָ
די חסידים און היפּסטערס אין וויליאַמסבורג פֿירן שוין יאָרן לאַנג אַ קולטור־קאַמף. אין דער דאָזיקער אַבסורדישער, אָבער פֿאָרט, שרעקעוודיקער מעשׂה, שטעלט לייזער בורקאָ פֿאָר, ווי עס וואָלט אפֿשר אויסגעזען אַן אמתער קאַמף צווישן די צוויי גרופּעס.
‏The Battle of Williamsburg
The Hasidim and hipsters have engaged in an ongoing cultural war over Williamsburg for the past decade. In this absurd but simultaneously terrifying story Leyzer Burko imagines what an actual war between the two groups might look like.