Roberto Abraham Scaruffi

Tuesday 18 August 2015


‎דעם 18‎טן ‎אויגוסט 2015‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
רוסלאַנד און אוקראַיִנע: אַפּאָקאַליפּטישע פּראָגנאָזן
פֿון גענאַדי עסטרײַך
דער מיליטערישער קאָנפֿליקט אין דרום־מיזרח פֿון אוקראַיִנע קען זיך ווידער אַקטיוויזירן.
Apocalyptic Forewarnings for Russia and Ukraine
The military conflict in the south-east of Ukraine may heat up once again.
דער קאַמף איבער גיור צעפֿלאַקערט זיך
פֿון עמיל קאַלין
די חרדישע עסקנים באַהערשן הײַנט צו טאָג די רבנות־קערפּערשאַפֿט, אָבער זיי נייטיקן זיך אין אים נאָר צוליב איין זאַך — אַרויסצוקריגן וואָס מער געלט און שטעלעס בײַ דער מדינה. דער עולם זעט עס און שאָקלט זיך פֿון זיי אָפּ.
Ongoing Feud Over Conversion to Judaism
Israelis complain that while the official rabbinical authorities remain controlled by the Haredim, the ultra-Orthodox sector is only interested in using them as a source of public funding and state-paid jobs.
ידיעות פֿון מעלבורן
פֿון שרה זילבערמאַן
אינעם יאָר 1925 האָבן צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן — פֿון מעלבורן און פֿון סידנעי געלייגט דעם יסוד פֿון דער ייִדישער ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „מכּבי אױסטראַליע‟; יערלעכער װידערטרעף פֿון די „דונעראַ־באָיס‟ און זײערע משפּחות, צװישן זײ זײַנען געװען 2,036 ייִדן, װעלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס.
News from Melbourne
In 1925, two Jewish cricket teams from Melbourne and Sydney laid the foundation of the Jewish sports club Maccabi Australia. At the annual reunion in Melbourne, the Dunera Boys and their families commemorated their rescue from the Nazis on the ship that carried 2,036 Jews.
איז אָבאַמאַ אַן אַנטיסעמיט? אַוודאי, נישט!
פֿון אַלאַן סאָלאָוו (ייִט״אַ)
אויב די ייִדן ווילן קריטיקירן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, זאָלן זיי זיך נישט אויסבאַהאַלטן הינטער אויסגעטראַכטע באַשולדיקונגען אין „אַנטיסעמיטיזם‟ אָדער פּאָזיציאָנירן ווי „אייביקע קרבנות‟.
Obama is ‘dog whistling’ about Jews? Ridiculous!
If the Jews wish to speak out against the Iran deal, they should not hide behind manufactured accusations based on a false sense of victimhood.
אינדיע רופֿט אינדישע ייִדן צו באַזוכן זייער אַלטע היים
פֿון ייִט״אַ
כּדי צו אַנטוויקלען דעם ייִדישן און ישׂראלדיקן טוריזם אינעם לאַנד, האָט די אינדישע רעגירונג באַצאָלט פֿאַר דער רעסטאַווראַציע פֿון אַ צאָל ייִדישע היסטאָרישע דענקמעלער.
India Urges Indian Jews to Visit Their Home Country
To encourage Jewish and Israeli tourism in India, the Indian government has funded the renovation of the country's Jewish heritage sites.
הערפּעס נאָכן ברית — לאַוו־דווקא דעם מוהלס שולד
פֿון פּאָל בערגער (FORWARD)
דער געוועזענער אָפֿיציעלער מלוכה־פֿאָרשטייער זאָגט, אַז בײַ צוויי קינדער, געמלט אין באַזונדערע ערטער דורך פֿאַרשיידענע מוהלים, האָט מען געפֿונען דעם ווירוס מיטן זעלביקן גענעטישן קאָד.
Herpes in Circumcisions May Not Be Mohel‘s Fault
The former county health official says that the boys were circumcised by different mohels in different locations, yet the DNA of the virus in each of the boys matched.
קאַשע וואַרנישקעס (פֿרײַ פֿון גלוטען)
פֿון שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ
קוקט ווי מיר גרייטן צו די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּאָטראַווע אויף אַן אופֿן, אין וועלכן אַפֿילו די וואַרנישקעס זענען 100 פּראָצענט פֿרײַ פֿון גלוטען.
Gluten-Free Kasha Varnishkes
Watch us make this East European Jewish delicacy, where even the accompanying noodles are 100% gluten-free.
איטשע־מאיר ווײַסענבערג
פֿון באָריס סאַנדלער
איטשע־מאיר ווײַסענבערג (1881־1938) — פּראָזע־שרײַבער, אַרויסגעגעבן און רעדאַקטירט אַ גאַצע ריי צײַטשריפֿטן און ביכער פֿון יונגע שרײַבערס אין פּוילן.
Yitskhok Meyer Vaysenberg
Yitskhok Meyer Vaysenberg (1881-1938) - Prose-writer, edited and published many magazines and books by young writers in Poland.