Roberto Abraham Scaruffi

Sunday, 29 May 2016

‎דעם 29‎טן ‎מײַ 2016‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
הזכּרה נאָך אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
ווייניק ייִדן דינען הײַנט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער, איז גרינג צו פֿאַרגעסן וויפֿל מיר זענען שולדיק די סאָלדאַטן, וואָס קעמפֿן פֿאַר אונדזער פֿרײַהייט און זיכערהייט.
In Memory of an American Soldier
Few Jews serve in the military today, so it’s easy to forget how much we owe the soldiers who fight for our freedom and security.
ווען ייִדישע מחברים שרײַבן אויף רוסיש און פּויליש
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
אַ נײַ זאַמלבוך דיסוקטירט אידענטיטעט און פּאָעטיק אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישלעכער ליטעראַטור.
When Jewish Authors Write in Russian and Polish
A new collection of essays discusses identity and poetry in eastern-European Jewish literature.
ידיעות פֿון מאָסקווע
פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן
4,500 מענטשן באַזוכן מאָסקווער ייִדישן מוזיי אין דער „מוזייען־נאַכט‟; לעוו שלאָסבערג באַקומט פּרעמיע פֿאַר פּאָליטישער טעטיקייט; 9 אַנימאַציע־פֿילמען אויסגעקליבן פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט.
News from Moscow
4,500 people visit Moscow Jewish Museum on Museum Night; Lev Schlossberg receives award for political activism; 9 animation films chosen for international contest.
אַ טשעמפּיאָן אַ דאַנק די „כרעמזלעך‟
פֿון דזשאָרדין קוציק
צום צווייטן מאָל אין דרײַ יאָר האָט מען געדאַפֿרט אויסלייגן אַ ייִדיש וואָרט בײַם נאַציאָנאַלן אויסלייג־קאָנקורס.
A Champion Thanks to Chremslach
A Yiddish word was featured in the National Spelling Bee for the second time in three years.
ד״ר הײַמליך ראַטעוועט פֿרוי מיט זײַן אייגענער טעכניק
פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע
דער באַקאַנטער 96־יעריקער דאָקטער האָט געגעסן מיט אַ פֿרוי, ווען זי האָט זיך שיִער ניט דערשטיקט פֿון אַ שטיקל האַמבורגער.
Dr. Heimlich Saves A Woman with His Maneuver
The famous 96-year-old doctor was eating with a woman when she began choking on a piece of hamburger.
ווירטועלע זאַמלונג פֿון לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישע שרײַבער
פֿון דזשאָרדין קוציק
אַ נײַע וועבזײַט פֿאַרעפֿנטלעכט די ווערק פֿון 7 שרײַבער אויף ייִדיש און ענגליש, צוזאַמען מיט ביאָגראַפֿישע פּרטים און בילדער.
Virtual Anthology of Los Angeles Yiddish Writers
A new website presents the work of seven Yiddish writers in English and Yiddish along with detailed biographies and photos.
שיקע דריז
פֿון באָריס סאַנדלער
שיקע דריז (1908־1971) — פּאָעט
Shike Driz
Shike Driz (1908-1971) - poet
Featured Blog Post
וווּהין איז אַנטלאָפֿן „בום־בום‟?
פֿון באָריס סאַנדלער
אַ געשיכטע אַרום אַ חתונה אין אַ פּראָווינציעלער בעסאַראַבער שטאָט אין די 1950ער יאָרן
Where Did Boom-Boom Go?
What happened at a wedding in a rural Bessarabian town in the 1950s