Roberto Abraham Scaruffi

Friday, 18 July 2014

‎דעם 18‎טן ‎יולי 2014‎דער פֿאָרווערטס הײַנט
ישׂראל הייבט אָן אַ יבשה־אָפּעראַציע
פֿון ייִט״אַ
די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט איבערגעגעבן, אַז די יבשה־אָפּעראַציע ווערט דערווײַל געפֿירט בלויז מיט אַ טאַנק־אַטאַק אויף צען טונעלן אין עזה־פּאַס.
The IDF said that the ground operation is limited for now to tanks targeting ten tunnels in Gaza.
אַ געשיכטע פֿון ייִוואָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
צירל קוזניצעס מאָנאָגראַפֿיע מאַכט דעם לייענער באַקאַנט מיט דער אייראָפּעיִשער תּקופֿה פֿון דער אַכפּערלעכער ייִדישער אַקאַדעמישער אינסטיטוציע.
Cecile Kuznitz's monograph describes and analyzes the European period of the venerable Jewish academic center.
חיים גראַדעס אַרכיוו אַנטפּלעקט
פֿון דזשאָרדין קוציק
בײַם „ייִוואָ‟ האָט ד׳׳ר מרים טרין גערעדט וועגן דעם שרײַבערס אַרכיוו, וואָס איז באַשטאַנען פֿון די מאַטעריאַלן, וועלכע מע האָט געראַטעוועט פֿון זײַן אַלמנהס בראָנקסער דירה.
Dr. Miriam Trinh spoke at the YIVO Institute about the contents of Chaim Grade's archive, which was saved from his widow's Bronx apartment.
ווער זענען מיר, און וווּהין גייען מיר?
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
דאָס ייִדישע פֿאָלק איז שטאַרק צעשפּאָלטן, אָבער בײַ אונדזערע שׂונאים, זענען מיר אַלע גלײַך.
The Jewish people is split in so many factions, but in the eyes of our enemies, we're all equal.
בוענאָס־אײַרעס: 20 יאָר נאָכן אויפֿרײַס פֿונעם קהילה־בנין
פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים
איבערן גאַנצן לאַנד און קודם־כּל אין דער הויפּטשטאָט קומען אין די טעג פֿאָר פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען, געווידמעט דער טרויעריקער דאַטע.
Various memorial ceremonies are being held throughout Argentina to commemorate the 20th anniversary of the AMIA bombing.
אַליין־געמאַכטע לאָקשן מיט קעז
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
דאָס מאַכן לאָקשן מיט דער האַנט, ווי אונדזערע באָבעס פֿלעגן טאָן, איז גרינגער ווי איר מיינט.
Making noodles from scratch, the way our bubbies used to do, is easier than you think.
חסידים און ייִדן פֿון דרומדיקע שטאַטן
פֿון ען כּהן און סיגל שמואל (FORWARD)
די חרדישע קהילות ווערן צומאָל איגנאָרירט. מע קאָן זאָגן דאָס זעלבע וועגן די ייִדישע תּושבֿים פֿון די קליינער דרומדיקע שטעט.
Hasidim aren't always given a voice --- and some would say Southern Jews aren't always given a voice in the Jewish community either.
מקום־מיקלט בלויז פֿאַר מענער
פֿון עלאַנאַ שטאָקמאַן (FORWARD)
דער באַזונדערער מקום־מיקלט פֿאַר פֿרויען איז געווען אַ געוויינטלעכער צימער מיט פֿענצטער און דינע ווענט, נישט באַשיצט פֿון אַ מעגלעכן ראַקעט־אויפֿרײַס.
Separate women's shelter was just a regular room, with windows and plaster walls and no indications of protection from rocket attacks.
וואָס טוט מען, ווען די סאָציאַלע מעדיאַ ברענט?
פֿון דזשיי מײַקלסאָן (FORWARD)
הרבֿ יהודה קורצער האָט פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן אַן „אינטערנעץ־תּענית‟ במשך פֿון אַ מעת־לעת; דאָס איז טאַקע אַ גוטער אָנהייב.
Rabbi Yehuda Kurtzer has proposed a 24-hour "social media fast". That's an excellent start.